די ״רויטערס״ נייעס אגענטור באריכטעט פון קוועלער אין דריי אנדערע שפיאנאזש אגענטורן איבער די וועלט וועלכע זאגן אז עס זענען פארהאן קראנטע באווייזן אז רוסלאנד האט געארבעט אונטער׳ן רוקן פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מיט׳ן העלפן פאר נארט קארעא צו איבערקומען די שווערע סאנקציעס קעגן איר, טראץ וואס רוסלאנד האט געשטימט אינעם פעלקער פאראיין פאר די סאנקציעס. לויט די באריכט האט נארט קארעא געליפערט קוילן צו פארווארפענע פארט ערטער אין רוסלאנד ווי עס איז ווייטער געשיקט געווארן קיין יאפאן און סאוט קארעא אלס רוסישע קויל, לויט די באריכטן זענען אריבערגעפירט געווארן צענדליגע טוינזנטער טאנען אויף דעם אופן, און אריינגעברענגט שווערע געלטער צום רעזשים. רוסלאנד האט שארף געלייקנט דעם באריכט און געזאגט אז זי האלט זיך צו די סאנקציעס.

בילד: רוסלאנד העלפט נארט קארעא איבערקלוגן די סאנקציעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל