ניו דזשערסי - פילע סטעיטס האבן דערקלערט אז אין יאר 18׳ וועלן זיי אונטערנעמען פרישע ערנסטע שריט איינצוצוימען פריוואטע דראון באנוץ, צוליב וואס עס שטעלט אין געפאר פליגערס אין דער לופטן און מענטשן אויף דער ערד. אין ניו דזשערסי, האבן די סטעיט לעגיסלאטור מיטגלידער נעכטן ארויסגעשטעלט א פלאן, וואס וועט ארויפשטעלן רעגולאציעס אויף פריוואטע דראונס, ענליך צו דרייוון קארס, וואס באדייט, צווישן אנדערן, אז עס וועט זיין אומלעגאל צו קאנטראלירן א דראון אונטער׳ן איינפלוס פון אלקאהאל. אין א סטעיטמענט האבן עטליכע לעגיסלאטור מיטגלידער ארויסגעברענגט, אז צו קאנטראלירן א דראון איז ״ענליך צו דרייוון א פליענדיגע בלענדער אין דער לופטן״ און עס שטעלט אן ערנסטער געפאר. גאווערנאר מורפי׳ס אפיס האט געזאגט אז ער וועט אונטערשרייבן דאס געזעץ, אויב עס גייט אריבער אינעם לעגיסלאטור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל