פלארידע – עמיצער וואס דרייווט אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, ווערט ממש באטראכט ווי א רוצח, צוליב'ן געפאר אין וועלכע ער שטעלט אריין זיך און די אנדערע דרייווערס אויפ'ן שאסיי – אבער פון איין שיכור'ן דרייווער אין פלארידע קען מען זיך אויסלערנען עפעס וויכטיגס, אז אויב מ'טרעפט זיך אמאל דרייוון אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, זאל מען אליינס רופן פאליציי...

גענוי דאס האט פאסירט אין ווינטער העיווען, פלארידע, ווען דער פארשוין מייקל לעסטער האט אנגערופן די פאליציי שפעט ביינאכט, און זיי געזאגט אז היות ער דרייווט אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, זאלן זיי אים קומען אפנעמען. ווען דער דיספעטשער האט אים געפרעגט וואו ער איז, האט ער געענטפערט אויפריכטיג, "איך ווייס נישט. איך בין צו אנגעטרונקען צו וויסן. איך דרייוו אויף דער פארקערטער ריכטונג פונעם ראוד". ווען דער דיספעטשער האט אים געזאגט אז ער זאל אפשטעלן זיין קאר, האט ער געענטפערט "איך בין שוין אפגעשטעלט, איך בין געפארקט אינמיטן פונעם ראוד"... לעסטער איז שפעטער ארעסטירט געווארן.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל