היינט מאנטאג הייבט זיך אן די פראצעס פאר דשאוסעף פערקאוקא, א געוועזענער קאומא געהילף וועלכער ווערט באשולדיגט אין קארופציע און כאבאר קלאגעס פון ארום 315,000$ וואס ער האט באקומען פון פירמעס וועלכע האבן געזוכט צו באקומען קאנטראקטס מיט די סטעיט. פערקאוקא איז נישט בלויז א פאליטישע געהילף נאר אויך א לאנג-יעריגער פערזענליכער פריינט פון קאומא, און די פראצעס וועלכע וועט זיך ציען פאר א לאנגע צייט וועט שיינען א ליכט אויף קארופציע אין אלבאני, וואס לויט אנאליסטן קען עס שטארק שאטן פאר די מעגליכקייטן פון קאומא צו געווינען די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר גאווערנער, ענליך צו די ״ברידשגעיט״ סקאנדאל וואס האט באגראבן דעם פאליטישן קאריערע פונעם ניו דשערזי גאווערנער קריס קריסטי.

בילד: קאומא׳ס חלומות פאר פרעזידענטשאפט געפלאגט פון קארופציע סקאנדאל
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל