פרעזידענט טראמפ האט נעכטן ווי עס שיינט געהאט צופיל צייט אדער צופיל צו טרונקען, און האט זיך ארויסגעלאזט אין א טוויטעריי איבער אלץ און אלעמען, (א סך הכל פון 16 טוויטס) צווישן אנדערע האט ער אדרעסירט די רעדע וואס דער ברוטאלער דעספאט פון נארט קארעא האט געגעבן צום נייעם יאר, א רעדע אין וועלכער קים יאנג אָן (אדער ״קליינער גראבער ראקעט מענטש״ אין טראמפ-שפראך) האט ארויסגעהויבן זיין לאנד׳ס מיליטערישע מעגליכקייט און דערביי געזאגט אז נארט קארעא האט שוין פולשטענדיגע נוקלעארע מעגליכקייט און אז ״דאס קנעפל זיצט אויף מיין טיש צו ארויסשיקן א מיסיל צו אפענטפערן סיי וועלכע אטאקע״ און צוגעלייגט אז ער וועט עס נאר נוצן פאר פארטיידיגונגס צוועקן.

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און הויפט קאמאנדיר פון די מעכטיגסטע ארמיי אין די וועלטס היסטאריע האט דערויף געענפערט מיט א טוויט ״דער נארט קארעא פירער זאגט אז ער האט דעם נוקלעארע קנעפל אויף זיין טישל, צו קען איינער פון זיין צובראכענע און אויסגעהונגערטע רעזשים אים איינמעלדן אז איך האב אויך א קנעפל, און מיין קנעפל איז פיל גרעסער און מער מאכטפול ווי זיינס, און מיין קנעפל ארבייט!״

טראץ וואס מען איז שוין געוואוינט צו מאדנע און קינדערישע טוויטס פונעם פרעזידענט האט אבער די טוויט ספעציעל געצויגן וואונדער און אויפברויז צוליב דעם וואס עס האנדלט זיך איבער אזא סענסיטיווע טעמע ווי אטאמישע וואפן, און אזעלכע סארט בארימעריי איבער אטאמישע וואפן איז מען געוואוינט צו הערן פון דיקטאטורן פון דריטע וועלט לענדער און נישט פון אן אמעריקאנער פרעזידענט.

טוויט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל