סעאל – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער איז גרייט צו רעדן טעלעפאניש מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן. טראמפ'ס קאמענטארן זענען געקומען בשעת ער האט זיך געפונען אינעם פרעזידענטליכן "קעמפ דעיוויד" וואקאציע ארט, פאר א וואקאציע וויקענד אינאיינעם מיט קאנגרעסלייט און סענאטארן, אויסצוארבעטן די אגענדע פאר'ן גאנצן יאר 18'. טראמפ האט קאמענטירט אויף די נייעס אז צפון קארעא און דרום קארעא וועלן אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן די וואך דינסטאג, זאגנדיג אז דער דרום קארעאר פרעזידענט, מון דזשאי אין, האט זיך באדאנקט צו אים טעלעפאניש, פאר'ן רעדן אזוי שארף קעגן צפון קארעא אין די לעצטערע מאנאטן, וויבאלד דאס האט פאקטיש געפירט צו די געשפרעכן וואס גייען פארקומען דינסטאג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל