ארכאלאגן וואס פירן דורך אונטערזוכונגען אין אלטשטאט ירושלים, האבן געפונען א חותם פון אינמיטן דער תקופה פונעם ערשטן בית המקדש, וואס קומט ווי עס שיינט פונעם פירער פון שטאט אין יענער צייט.

דער סטעמפל, וואס האט זיך אפגעזוכט מיט עטליכע הונדערט פיס אוועק פונעם הר הבית, פארמאגט אויף זיך די ווערטער "שר העיר", אונטער די געשטאלט פון צוויי מענטשן וואס שטייען איינער קעגן דעם אנדערן.

דער חותם, וואס איז 2,700 יאר אלט, איז איבערגעגעבן געווארן צום מעיאר פון ירושלים, ניר ברקת, וועלכער האט דערביי באמערקט אז ער איז "איבערגענומען צו באקומען א גרוס פונעם זמן בית ראשון."

בילד: געפונען סטעמפל פון ירושלים שטאטס-פירער אין תקופת בית ראשון
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל