קענטאקי איז געווארן די ערשטע אמעריקאנער שטאַט אריינצושטעלן דאס פארמאגן א דשאב אלס א באדינג צו קענען געניסן פון מעדיקעיד, נאכ'ן באקומען א גרינע ליכט פון דער טראמפ אדמיניסטראציע צו גיין פאראוי מיט דעם פלאן, און נאך פילע שטאַטן זענען דערווארט נאכצוגיין אירע פוסטריט. דער פארלאנג איז נאר גילטיג אויף מענטשן צווישן 19 און 64 וואס זענען פעאיג צו ארבעטן פון א פיזישן שטאנדפונקט. האבן א דשאב נעמט אריין דאס טון סיי וועלכע ארבעט, אויך וואלונטיר ארבעט. דאס נייע געזעץ וועט אפעקטירן ארום 2 מיליאן איינוואוינער אין קענטאקי וועלכע געניסן פונעם פראגראם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל