ירושלים — דער איזראעלישער כנסת המינים האט נעכטן באשטעטיגט א געזעץ, וועלכע האט פונדאסניי געברענגט א כוואליע פון צארן און אויפברויז ביי די אראבער, איבער'ן צוקונפט פון ירושלים. דאס נייע געזעץ קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט דערקלערט ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט קלארגעשטעלט אז עס איז מעגליך אז ווען די פאלעסטינער וועלן באקומען אן אייגן לאנד, וועט טייל פון ירושלים גיין פאר זיי. אצינד האט דער כנסת המינים באשטעטיגט א געזעץ, וואס זאגט אז סיי וועלכע טויש אין ירושלים'ס סטאטוס, און דאס אוועקגעבן סיי וועלכע טייל פון ירושלים פאר "אן אויסלענדישע פארטיי", וועט דארפן באשטעטיגט ווערן מיט 80 שטימען אינעם כנסת, אנשטאט די ביז יעצטיגע 61 מינימום. דער פאלעסטינער פירער מאכמוד אבאס האט רעאגירט צו דער אפשטימונג, זאגנדיג אז ס'איז א מלחמה דעקלעראציע קעגן די פאלעסטינער.

בילד: מאכמוד אבאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל