סאן דיעגא – ווייסע הויז קוועלער האבן געזאגט נעכטן, אז פרעזידענט טראמפ וועט באזוכן די אוועקגעשטעלטע סעמפלס פון דער "גרעניץ וואנט" אין סאן דיעגא, באלד נאכדעם וואס ער וועט געבן זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע פארנט פון קאנגרעס אום יאנואר 30. אין סאן דיעגא זענען מיט עטליכע וואכן צוריק פארטיג געווארן עטליכע סעמפלס וואס קאנסטרוקציע פירמעס האבן אהערגעשטעלט, מיט פארשלאגן וויאזוי טראמפ'ס געפלאנטע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא וועט אויסזען, און טראמפ וועט פערזענליך באטראכטן די סעמפלס, צו העלפן די רעגירונג באשליסן וועלכע פון זיי אויסצואוועלן. דער געפלאנטער באזוך קומט אויך אין א צייט וואס דער פרעזידענט לייגט דרוק אויף די דעמאקראטן אז זיי זאלן שטיצן זיין וואנט, אין אויסטויש פאר'ן געבן לעגאלע סטאטוס פאר צענדליגער טויזנטער יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן, אונטער'ן "דאקא" פראגראם.

בילד: טראמפ וועט באזוכן וואנט-סעמפלס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל