אידישע וועטער באריכט


מיט אביסעל מער זון ווי פריער גערעכנט, איז היינט געווען גאנץ א לייטישע טאג. היינט נאכט ווערט פארוואלקענט און עס בלייבט גאנץ קאלט. מארגן קומט אן אונזער קומענדיגע שניי. א לייכטע שניי הייבט אן צו פאלן, ערשט אפסטעיט ביי דינסטאג צופרי, און עס רוקט זיך אריין אין שטאט ארום מיטאג צייט. איין אינטש-צוויי קען פאלן אפסטעיט מארגן, אבער אין אנהויב וועט עס שווער זיין צו קלעבן אין שטאט מיט טעמפּעראַטורן העכער די פריזינג פונקט. אין לעיקוואד קען ווערן מילד גענוג פאר שניי געמישט מיט רעגן.

מארגן נאכט ווערט אביסעל קעלטער, און דעמאלטס קען עס קלעבן אין שטאט, און ברענגען אפאר אינטשעס. אפסטעיט, בלייבט קעלטער דורכאויס די שטורם, און מען וועט קענען זעהן העכערע אמאונטס. זעה שניי מעפ.

מיטוואך וועט זיך די שניי ענדיגען צופרי, און שענערע זוניגע - אבער גאנץ קאלטע - וועטער וועט בלייבען מיט אונז ביז דאנערשטאג. ענדע וואך גייען מיר אריין אין א January thaw (און געהעכערטע טעמפּעראַטור אינמיטן ווינטער). דאס איז נארמאל צו זעהן אינמיטען ווינטער, ווי עס קומט אן א וואך-צוויי פון מילדע וועטער, פאר די ווינטער איז ממשיך. ווי לאנג עס וועט אנהאלטען פאר אונז איז נאכנישט קלאר אבער אויף דערווייל וועט עס זיין א פיינע ברעיק פון די עקסטרעם קעלט, שניי און טטעמפּעראַטור-טוישן פון די לעצטע מאנאט.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-❄️?☔️34
מיטוואך -❄️/🌥35
נאכט-🌛💨22
דאנערשטאג -🌤35
פרייטאג-🌤40
שבת-🌤48
זונטאג-🌤50
מאנטאג-🌦50
דינסטאג-☔️?45

לעיקוואד
היינט נאכט-☔️37
מיטוואך -❄️☔️/🌥35
נאכט-🌛💨18
דאנערשטאג -🌤35
פרייטאג-🌤42
שבת-🌤48
זונטאג-🌤52
מאנטאג-🌦52
דינסטאג-☔️?48

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-❄️28
מיטוואך -❄️/🌥32
נאכט-🌛💨16
דאנערשטאג -🌤33
פרייטאג-🌤37
שבת-🌤45
זונטאג-🌤46
מאנטאג-🌦48
דינסטאג-☔️?43

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-❄️9
מיטוואך -❄️/🌥16
נאכט-🌛💨10
דאנערשטאג -🌤23
פרייטאג-☁️30
שבת-☁️36
זונטאג-🌨?35
מאנטאג-🌦38




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל