אידישע וועטער באריכט


מיט אביסעל מער זון ווי פריער גערעכנט, איז היינט געווען גאנץ א לייטישע טאג.

היינט נאכט ווערט פארוואלקענט, און עס בלייבט גאנץ קאלט. מארגן קומט אן אונזער קומענדיגע שניי. א לייכטע שניי הייבט אן צו פאלן, קודם אפסטעיט ביי דינסטאג צופרי, און עס רוקט זיך אריין אין שטאט ארום מיטאג צייט. איין ביז צוויי אינטשעס קען פאלן אפסטעיט מארגן, אבער אין אנהויב וועט עס שווער זיין צו קלעבן אין שטאט מיט טעמפּעראַטורן העכער די פריזינג פונקט. אין לעיקוואד קען ווערען גענוג מילד פאר שניי געמישט מיט רעגן.

מארגן נאכט ווערט אביסעל קעלטער, און דעמאלטס קען עס קלעבן אין שטאט און ברענגען עטליכע אינטשעס. אפסטעיט, בלייבט קעלטער דורכאויס די שטורם, און זיי קענען זעהן העכערע אמאונטס.

מיטוואך וועט זיך די שניי ענדיגען צופרי, און שענערע זוניגע - אבער גאנץ קאלטע - וועטער וועט בלייבען מיט אונז ביז דאנערשטאג. סוף וואך גייען מיר אריין אין א January thaw. דאס איז נארמאל צו זעהן אינמיטען ווינטער, ווי עס קומט אן א וואך צוויי פון מילדע וועטער, פאר די ווינטער איז ממשיך.

ווי לאנג עס וועט אנהאלטען פאר אונז, איז נאכנישט קלאר, אבער אויף דערווייל וועט עס זיין א פיינע ברעיק פון די עקסטרעמע קעלט, שניי און טעמפּעראַטור-סווינגס פון די לעצטע מאנאט.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️26
דינסטאג-❄️35
נאכט-❄️30
מיטוואך -🌨?/🌤34
דאנערשטאג -🌤34
פרייטאג-🌤38
שבת-🌤45
זונטאג-🌤49
מאנטאג-🌦52

לעיקוואד
היינט נאכט-☁️25
דינסטאג-🌨?🌧40
נאכט-❄️30
מיטוואך -🌨?/🌤34
דאנערשטאג -🌤35
פרייטאג-🌤40
שבת-🌤45
זונטאג-🌤50
מאנטאג-🌦52

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️/❄️18
דינסטאג-❄️29
נאכט-❄️25
מיטוואך -🌨?/🌤30
דאנערשטאג -🌤32
פרייטאג-🌤36
שבת-🌤42
זונטאג-🌤47
מאנטאג-🌦49

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-❄️3
דינסטאג-❄️10
נאכט-☁️5
מיטוואך -🌤20
דאנערשטאג -🌤20
פרייטאג-🌤28
שבת-☁️36
זונטאג-🌦38




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל