אידישע וועטער באריכט


אונזער סורפרייז שניי שטורם/בליזזארד איז אויפן וועג ארויס, און יעצט קומט די קעלטסטע וועטער פון די ווינטער, און מעגליך פון אסאך יאהרן.

היינט נאכט בלייבט שטארק ווינטיג, און עס פאלט נאנט צו 10 אינטשעס אין שטאט, און ארום 0 אפסטעיט. די ריעל פילס וועלן אבער זיין מיט א 20 דעגרי קעלטער. פרייטאג בלייבט געפעהרליך ווינטיג, מיט ווינטען פון 25 ביז 45 מ.פ.ש., וועט זיך עס שפירען אונטער זערא א גאנצען טאג. פרייטג צונאכט ביז זונטאג צופרי וועט ווייטער בלייבען שרעקליך קאלט און שטארק ווינטיג. זונטאג וועט ענדליך ווערן אביסעל בעסער און זוניג . ביי מאנטאג קענען מיר זיך זעהן העכער די פריזינג פונקט פאר די ערשטע מאל אין צוויי וואכן. דאס קומט אבער מיט א פרייז, און מאנטאג ביינאכט קענען מיר זעהן נאך שניי און אייז… פון דינסטאג ביז דאנערשטאג קומט די זון צוריק מיט נארמאלע קאלטע טעמפרעטורס.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️💨9😨12-
פרייטאג-🌤13💨😨12-
נאכט-🌛💨3😨18-
שבת-🌤13😨15-
נאכט-🌛3😨10-
זונטאג-🌤22
מאנטאג-☁️35
דינסטאג-🌤40
מיטוואך -🌤35
דאנערשטאג -🌤37

לעיקוואד
היינט נאכט-☁️💨7😨10-
פרייטאג-🌤15💨😨10-
נאכט-🌛💨4😨16-
שבת-🌤13😨15-
נאכט-🌛0😨13-
זונטאג-🌤22
מאנטאג-☁️37
דינסטאג-🌤42
מיטוואך -🌤35
דאנערשטאג -🌤38

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️💨4😨18-
פרייטאג-🌤9💨😨18-
נאכט-🌛💨3-😨22-
שבת-🌤8😨20-
נאכט-🌛5-😨16-
זונטאג-🌤20
מאנטאג-☁️/❄️32
דינסטאג-🌤37
מיטוואך -🌤32
דאנערשטאג -🌤34

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-🌨💨0😨20-
פרייטאג-🌨💨0😨25-
נאכט-☁️5-😨30-
שבת-🌤2😨20-
זונטאג-🌤5😨15-
מאנטאג-🌨18
דינסטאג-❄️23
מיטוואך-🌤16




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל