אידישע וועטער באריכט


נעכטן איז ווייטער געווען גאר קאלט און ווינטיג. די גוטע נייעס איז אז עס קומט א טאג צוויי פון א פארבעסערונג אין טעמפרעטורס. די נאכט איז געבליבן קאלט אבער נישט אזוי עקסטרעם ווי די פריערדיגע נאכט, כאטש אין שטאט.

היינט וועט זיין אין די 20'ערס, און ביי מיטוואך קען מען אפשר זעהן 30. וואלקענס קומען אריין מיטוואך נאכט, מיט א שטורם וואס שאפט זיך אין די דרום זייט, און פארט ארויס אין די אטלאנטיק. עס איז נאך אלס זייער אומקלאר ווי די טרעק גייט זיין. ווי עס זעהט אויס יעצט קענען מיר זעהן לייכטע שניי, מערסטענס אין שטאט, לאנג איילענד און לעיקוואד. אויב די שטורם קומט נענטער, קען עס ברענגען א גרעסערע שניי, און דערווייל איז דאס נישט אינגאנצען אראפ פון טיש. דער שטורם וועט אבער אראפּשלעפּן די קעלטסטע און מעגליך רעקארד לופט פאר דאנערשטאג נאכט , פרייטאג און שב"ק.

קומענדיגע מאנטאג זעהט מען ענדליך א מעגליכקייט זיך צו אנווארעמען העכער ווי די פריזינג פונקט, מיט אפאר שניי אדער אפילו רעגן שויערס.


ניו יארק סיטי
דינסטאג-🌤23😨0
נאכט-☁️🌛12
מיטוואך -🌤28
נאכט-☁️/❄️? 20
דאנערשטאג -❄️28
פרייטאג-🌤12😨10-
שבת-🌤12😨15-
זונטאג-🌤20
מאנטאג-🌨?🌧38

לעיקוואד
דינסטאג-🌤25😨5
נאכט-☁️🌛10
מיטוואך -🌤32
נאכט-☁️/❄️20
דאנערשטאג -❄️28
פרייטאג-🌤15😨10-
שבת-🌤14😨15-
זונטאג-🌤23
מאנטאג-🌨?🌧38

מאנסי און קרית יואל
דינסטאג-🌤21😨0
נאכט-☁️🌛6
מיטוואך -🌤25
נאכט-☁️/❄️? 15
דאנערשטאג -❄️?25
פרייטאג-🌤9😨15-
שבת-🌤10😨20-
זונטאג-🌤18
מאנטאג-🌨32

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
דינסטאג-☁️/🌨5😨20-
נאכט-🌨5
מיטוואך -☁️1
נאכט-❄️? 0
דאנערשטאג -❄️12
פרייטאג-🌤7
שבת-🌤0
זונטאג-🌤8




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל