OCD: Obsessive Compulsive Disorder


בילד

לאמיר יא רעדן דערפון!

"OCD איז ווי א צעקראצטע CD אין קאפ..."

👈 OCD האט די זעלבע ראטע-צאל, ביי מענער ווי ביי פרויען.
👈 געוויסע משפחות זענען מער אויסגעשטעלט צו ליידן פון OCD, נישט צוליב א גענעטישע אישו, נאר צוליב די אטמאספערע וויאזוי מ'ווערט ערצויגן.

זארג-ביישפילן:
וואס וועט זיין אויב...
👈 איך וועל בטעות שעדיגן מיין קינד
👈 איך האב געלאזט אנגעצינדן עפעס א קאך-געצייג וואס קען מאכן א פייער
👈 איך וועל חלילה אראפגיין פון זינען
👈 איך האב אפשר איינעם צוגערירט נישט איידל
👈 איך האב נישט אויסגעזאגט די ווערטער פון דאווענען גענוג פארזיכטיג

די מחשבות פייניגן אינעם מח, און מען קען נישט פטור ווערן דערפון, ברענגענדיג דעם מענטש צו ווערן אריינגעשלעפט אין א ראד פון טון פעולות עס צו בארואיגן, אבער למעשה טוט דאס בלויז פיטערן דעם אבסעסיע, און אזוי חזר'ט זיך איבער דער ציקל טאג און נאכט, ביז דער מענטש ווערט אויסגעשעפט און צאמגעבראכן ח"ו

מענטאל געזונטהייט, צום הערן

אידענטיפצירן ענקזייעטי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל