די זיכערהייטס קרעפטן אין טוניס טוען באהאנדלען דעם לעצטן אויסברוך פון פראטעסטן מיט גאר א שטייפן פויסט, און זיי האבן דעם שבת ארעסטירט נאך 150 אנטי-רעגירונג אקטיוויסטן, ברענגנדיג די צאל ארעסטירטע צו איבער 800. צווישן די ארעסטירטע געפינען זיך אויך פאפולערע אפאזיציע פירער. דער פלייץ פון ארעסטן קומט נאכדעם וואס די ראיאטן זענען ארויס פון קאנטראל, צענדליגער רעגירונג-געביידעס זענען פארברענט געווארן און צענדליגער פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן, וואס האט געברענגט די רעגירונג אריינצושיקן מיליטערישע קרעפטן אין טייל פון די שטעט. אין דער זעלבער צייט וואס די רעגירונג באהאנדלט די וואנדאלן מיט א שטייפער האנט, האט זי געמאלדן אז זי וועט צולייגן נאך 70 מיליאן דאלער אין הילף פאר די ארימע אין לאנד, אין א פרואוו צו בארואיגן די פראטעסטן וועלכע האבן אויסגעבראכן צוליב דער שווערער ארימקייט וואס הערשט דארט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל