א גרונטליכע און אויספירליכע שטודיע, וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך א שטאב פארשער אין קעמברידש אוניווערסיטעט, לייגט ארויס פארשידענע מעגליכקייטן וויאזוי די ברעקזיט פראצעדור קען אפעקטירן די בריטישע עקאנאמיע, אויב בריטאניע און אייראפע פארגלייכן זיך נישט אויף אן אפמאך וואס בענעפעטירט ביידע זייטן, ווייל דאן וועלן די סטאנדארטן פונעם ברעקזיט גיין לויט די פארשריפטן פונעם וועלט'ס-באנק, וואס באדייט אן איינזייטיגע ברעקזיט, וואס ווערט אינעם פאליטישן ווערטערבוך אנגערופן ״שטייפע ברעקזיט״. לויט דער שטודיע וועט אזא ברעקזיט האבן קאטאסטראפאלע נאכפאלגן פאר דער בריטישער עקאנאמיע, ווייל עס וועט ברענגען א פעריאדע פון ארום צען יאר וואס די עקאנאמיע וועט וואקסן עקסטרעם לאנגזאם, און וועט פארלירן א האלב מיליאן דזשאבס און ארום 76 ביליאן דאלאר אין עקאנאמישן וואוקס. די שאצונג איז פיל ארגער פון דעם וואס די אפיציעלע רעגירונג שאצונגען האבן געהאט פאראויס געזאגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל