אין בעפארשטייאונג צו דער רייזע וואס מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, בנימין נתניהו, וועט דורכפירן קיין אינדיע, האט די ארטיגע רעגירונג באשטעטיגט א מקח פון אנטי-טאנק מיסילס אין א ווערט פון 500-מיליאן דאלאר.

די צוויי לענדער האבן א לענגערע צייט פארהאנדלט איבער דעם געשעפט, אין וועלכן אינדיע וועט איינקויפן סאפיסטיקירטע מיסילס פון מדינת ישראל, אבער סוף פאריגע וואך האט די פרעסע באריכטעט אז דאס עסק איז אפגערופן געווארן.

אינדיע האט שפעקולירט וועגן אליין לאזן פראדוצירן אזעלכע מיסילס, אבער איז געקומען צו דער החלטה אז די וואס מדינת ישראל האט פארגעשלאגן זענען גאר פרעציז, פארגעשריטן, און צוגלייך גרינג ארומגעפירט צו ווערן.

נתניהו וועט באזוכן אינדיע אין באגלייטונג פון ארום 130 ביזנעסלייט. דער עיקר ציל פון דער רייזע איז צו פארשטארקן די האנדלס-באציאונגען צווישן די צוויי לענדער. אויף דער נסיעה וועט אויך מיטפארן משה'לע האלצבערג, וועמענס עלטערן, חב"ד שלוחים אין מומבעי, זענען דערמארדעט געווארן דורך א גרופע אראבישע טעראריסטן מיט ארום ניין צען צוריק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל