די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט נעכטן איבערגעפרישט איר ליסטע פון ערטער וועלכע זיי ראטן אמעריקאנער בירגער נישט צו באזוכן, און דאסמאל געפונט זיך צווישן די מלחמה געפלאגטע לענדער ווי תימן און סיריע אויך 5 שטעט אין די שכנות׳דיגע מעקסיקא, די 5 שטעט זענען געפלאגט פון פארברעכנס און ווערן קאנטראלירט דורך דראג קארטעלן, איינע פון די שטעט, טאמאוליפעס, געפונט זיך הארט ביים גרעניץ מיט אמעריקע.

די איבערגעפרישטע סיסטעם פון די רייזע ליסטע פונעם סטעיט דעפארטמענט טוט איינטיילן די שטאפל פון געפאר לויט נומערן, און די שטעט געפונען זיך אויף די העכסטע שטאפל וואס איז נומער 4 און באדייט אז עס לויערט א באלדיגע געפאר אויף ווער עס באזוכט דארט. נאך 11 מעקסיקאנער שטעט האבן באקומען א נומער 3 ווארנונג, אלעס אינאיינעם האט מעקסיקא 32 שטעט, און האלב דערפון זענען אויף די ליסטע. די מעקסיקאנער טוריזם אפיס האט רעאגירט צום באריכט אנווייזנדיג אז טראץ וואס די ליסטע שטעלט ארויף א ווארנונג נומער 2 אויף גאנץ מעקסיקא טוט עס אבער ספעציפיש אויסשליסן שטעט וועלכע זענען פאפולער פאר טוריסטן, און עס הערשט נישט דארט קיין שום געפאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל