אן אויספירליכע שטודיע פון דער ״גאלאפ פארש גרופע״ צייגט, אז בלויז אינעם לעצטן יאר, זינט פרעזידענט טראמפ איז אריין אין אמט, איז די צאל אמעריקאנער וואס פארמאגן נישט קיין העלט אינשורענס דראסטיש געשטיגן מיט 1.3 פראצענט, וואס באדייט ארום 3.2 מיליאן. דער באריכט פון גאלאפ ווייזט אָן אז אין לעצטן יאר פון אבאמא איז די צאל אומפארזיכערטע געשטאנען ביי א רעקארד נידריגע צאל פון בלויז 10.9 פראצענט, און נאכדעם וואס אין די אבאמא יארן איז די צאל פארזיכערטע ארויף נאכאנאנד, האט דאס יאר אונטער טראמפ געברענגט א פארקערטע נייגונג, און די צאל אומפארזיכערטע גייט ארויף. די שטודיע זאגט אז דאס מערסטע זעט זיך עס אָן ביי יוגנטליכע צווישן 18 און 26, און ביי ארימערע פאמיליעס וואס פארדינען ווייניגער ווי $36,000 יערליך. דאס איז ווארשיינליך א רעזולטאט פון דעם וואס די אדמיניסטראציע האט אפגעשאפן די אינדיווידועלע מאנדאט און לייכטער געמאכט פאר ארבעטסגעבער נישט צו שענקען אינשורענס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל