טעהראן – א פרישער באריכט פון דער "אסאשיעטעד פרעס" צייגט, אז אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן פון אנגייענדיגע אנטי-רעגירונג פראטעסטן אין איראן, זענען ארעסטירט געווארן אזויפיל ווי דריי טויזנט זיבן הונדערט פראטעסטירער און אפאזיציע פיגורן, וואס די פרישע ציפערן צייגן ווי ערנסט דער איראנער רעזשים האט גענומען די פראטעסטן. אין דער זעלבער צייט האט דער איראנער גייסטליכער פירער, איאטאלא כומעיני, גערעדט נעכטן איבער די פראטעסטן, זאגנדיג אז די רעגירונג האט סוקסעספול אפגעשטעלט א פלאן דורך איראן'ס פיינט אויסצונוצן די פראטעסטן אלס א געצייג אומצואווארפן די רעגירונג. מען האט אויך נעכטן געהערט פון ראזא פאלאווי, א זון פונעם געוועזענער איראנער שאך וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן אין 1979 ביי דער איסלאמישער רעוואלוציע, אז ער האלט אז ס'איז דא יעצט אן עכטע גוטע שאנס פטור צו ווערן פון דער איסלאמישער פירערשאפט אין איראן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל