דער איראנער אייאטאלע האט היינט אין א רעדע אויסגעלויבט די איראנער זיכערהייטס קרעפטן, פאר׳ן אונטערדרוקן די לעצטע כוואליע פון פראטעסטן, וועלכער ער האט באצייכנט אלס א פרואוו פון אמעריקע און בריטאניע צו אומווארפן דעם רעזשים.

עס איז היינט באריכטעט געווארן אין איראן, אז אין לויף פון די פראטעסטן זענען איבער 3,700 איראנער בירגער ארעסטירט געווארן איבער 80 שטעט אין איראן. אן איראנער געזעצגעבער האט היינט געזאגט פאר די ארטיגע פרעסע, אז א גרויסער טייל פון די ארעסטירטע שמאכטן נאך אין טורמע בלויז פאר׳ן פראטעסטירן קעגן דעם רעזשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל