אמווייניגסטנס 35 זענען אומגעקומען און איבער 90 זענען פארוואונדעט געווארן אין א זעלבסמארד באמבע אטאקע אין צענטער פון באגדאד, וואס איז שוין די צווייטע טויטליכע אטאקע אין איראקער הויפטשטאט אין בלויז דריי טעג. די צוויי זעלבסמארד טעראריסטן האבן זיך אויפגעריסן אין א סקווער אין צענטער פון שטאט, וואס דינט אלס א טרעפפונקט פאר ארבעטער וועלכע זוכן ארבעט פאר׳ן טאג, די אטאקע איז פארגעקומען אין א צייט ווען דאס פלאץ ווירבלט מיט ארבעטער און ארבעטסגעבער. אויטאריטעטן זאגן אז צווישן די פארוואונדעטע געפינען זיך פילע אין א לעבנסגעפאר, און מ'דערווארט אז די צאל אומגעקומענע זאל שטייגן פיל מער. דערווייל האט קיינער נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט פאר דער אטאקע, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז ס'איז די טויטליכסטע אטאקע אין איראק זינט זי האט דערקלערט זיג איבער אייסיס פאריגן חודש.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל