שיקאגא – א גרופע מיליטערישע עקספערטן און אנאליסטן האבן נעכטן געזאגט, אז דער זייגער צו א פולקאמער נוקלעארער קריג, איז גערוקט געווארן נענטער צו האלבער נאכט, אלס רעזולטאט פון דער אנגעצויגנקייט מיט צפון קארעא'ס נוקלעארע אקטיוויטעטן.

דער "נוקלעארער זייגער" איז געגרינדעט געווארן דורך דער "בולעטין פון אטאמישע סייענטיסטן" ארגאניזאציע אין יאר 947', און עס איז בעיקר סימבאליש, צו צייגן וואס עקספערטן האלטן, וואו די מעגליכקייט פון א נוקלעארע קריג האלט, און "האלבער נאכט" באדייט טאטאלע קאטאסטראפע.

אין די לעצטע פאר יאר, איז דער זייגער געשטאנען ביי צוויי און א האלב מינוט בעפאר האלבער נאכט, און נעכטן האט מען עס גערוקט מיט א האלבער מינוט, און יעצט איז בלויז צוויי מינוט בעפאר האלבער נאכט. זיי זאגן אז דאס איז באזירט צוליב אנגעצויגנקייט מיט צפון קארעא, און אויך בכלל איבער דער אומסטאביליטעט ארום דער וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל