א נארוואס ערשינענער באריכט פון דעם ״צענטער פאר דיזיז קאנטראל״ צייגט, אז די סעזאנאלע פלו ווירוס האט שוין געגרייכט יעדן ווינקל אין אמעריקע (אויסער האוואי), ברענגנדיג פילע קאמפליקאציעס און פאטאליטעטן. ווי דער באריכט צייכנט אן, איז דאס אן אויסנאם צושטאנד וואס די פלו אפעקטירט גאנץ אמעריקע אין דעם זעלבן צייט אפשניט, און אזוי אויך אז די פלו איז אנגעקומען פריער און שטערקער ווי געראכטן, און בלויז פאריגע וואך איז געווען א העכערונג פון 5% אין די פעלער וואס זענען דיאגנאזירט געווארן, דערווייל שטייט דער טאטאלער ציפער פון באשטעטיגטע פעלער ביי איבער 60 טויזנט, אבער די ריכטיגע ציפערן זענען פיל העכער, נעמנדיג אין באטראכט אז נישט יעדער באזוכט א דאקטארץ דער הויפט פונעם צענטער זאגט אז ער ווייסט נאכנישט אויב די פלו איז אנגעקומען צו איר שפיץ און זי גייט שוין אראפגיין, אבער יעדנספאל איז קלאר אז דער היי יעריגער סעזאן איז גאר שטארק און פאטאל, און ס'איז דעריבער ראטזאם צו האלטן אן אויג אויף יונגע קינדער און עלטערע מענטשן וואס אנטוויקלען די פלו, און פאר סיי וואס זיך באראטן מיט א דאקטאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל