וואשינגטאן – אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע האבן נעכטן באשטעטיגט, אז אן אמעריקאנער זעלנער איז אומגעקומען אין אפגאניסטאן, זייענדיג די סאמע ערשטע פאטאליטעט פון דעם אמעריקאנער מיליטער אינעם נייעם יאר 18'. לויט ווי דער פענטאגאן האט איבערגעגעבן, איז ארמיי סארדזשענט מיהאיל גאולין אומגעקומען אינעם נאנגאראר פראווינץ, א ראיאן וואו אמעריקאנער זעלנער זענען פארמישט אין טאפלטע קאמפן, סיי קעגן אייסיס טעראריסטן און סיי קעגן טאליבאנער טעראריסטן. ער איז אומגעקומען בשעת'ן זיין אויף פאטראל, ווען פיינטליכע פייער האט אים אנגעטראפן, און אויך האט עס באטראפן פיר אנדערע אמעריקאנער זעלנער, וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן. מיליטערישע אנאליסטן האבן געזאגט אז מען קען דערווארטן, אז יאר 18' וועט זיין טויטליך פאר אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן, וויבאלד דאס מיליטער וויל פארשטארקערן אירע דארטיגע אפעראציעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל