וואשינגטאן – דער פארגאנגענער יאר 2017 למספרם איז געווען די מערסט-קאסטבארע יאר פון נאטורליכע קאטאסטראפעס, א שטייגער ווי האריקעינס, טארנעידאס און וואלדפייערן – לויט ציפערן וואס די "נעשאנעל אשיאניק און אטמאספעריק" אדמיניסטראציע האט נעכטן ארויסגעגעבן. די באאמטע זאגן אז אלעס אינאיינעם האבן נאטורליכע דיזעסטערס אין די פאראייניגטע שטאטן אין יאר 2017 געברענגט שאדנס פון א סך הכל פון 306 ביליאן דאלאר, וואס איז די גרעסטע ציפער פון ווען מ'האלט חשבון, זינט די 1980'ער יארן. אלעס אינאיינעם האבן 16 ערנסטע קאטאסטראפעס באטראפן אמעריקע אין יאר 2017, וואס נעמט אריין האריקעין הארווי – 125 ביליאן דאלאר שאדנס; האריקעין מאריא – 90 ביליאן דאלאר שאדנס, און האריקעין אירמא – 50 ביליאן דאלאר שאדנס. אויסער דעם זענען געווען די מאסיווע וואלדפייערן אין קאליפארניע, וואס האבן געברענגט 18 ביליאן דאלאר שאדנס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל