קאליפארניע – די אמעריקאנער ארמיי האט נעכטן געזאגט, אז צוויי זעלנער זענען אומגעקומען ווען א מיליטערישע העליקאפטער האט אראפגעקראכט. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער אפאטשי העליקאפטער האט זיך געהויבן העכער'ן גרויסן "נעשאנעל טרעינינג צענטער" אין דער פארט איירווין באזע אין דרום קאליפארניע, וואו די צוויי זעלנער זענען געקומען פון דער פארט קארסאן באזע אין קאלאראדא, פאר טרענירונגען אין פליען העליקאפטערס און אנדערע מיליטערישע פלי-מאשינען, ווען עפעס איז געגאנגען ערנסט נישט-ווי-געפלאנט און דער אפאטשי העליקאפטער אין וועלכע זיי זענען געפארן, האט אראפגעקראכט. דאס מיליטער האט דערווייל נישט פובליצירט די נעמען פון די צוויי אומגעקומענע זעלנער, וויבאלד זייערע פאמיליעס זענען נאכנישט נאטיפיצירט געווארן איבער זייער טויט, און א פענטאגאן ווארטזאגער האט פארשפראכן א פולקאמע אויספארשונג איבער'ן אינצידענט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל