די ״וואשינגטאן פאוסט״ האט ארויסגעלייגט א דעטאלירטע ״מאפע״ פון אלע באמערקעונגען, דעקלעראציעס און דערקלערונגען פונעם פרעזידענט, און לויט זייער שאצונג האט דער פרעזידענט זיך באנוצט אין זיין ערשטע יאר מיט 1,950 פאקטן וועלכע זענען טיילווייז אדער גענצליך פאלש, און מיט טייל  דערפון האט ער זיך באנוצט נאכאמאל און נאכאמאל. דאס נעמט ארום א ברייטע פעלד פון אישוס אויף וועלכע דער פרעזידענט האט געמאכט גראנדיעזע סטעיטעמענטס איבער זיינע אנגעבליכע דערגרייכונגען וועלכע שטימען נישט מיט די טרוקענע פאקטן.

צום ביישפיל איבער עקאנאמיע:
״זינט די וואלן האבן מיר געשאפן איבער 2 מיליאן דשאבס״ (איבערגע׳חזרט 8 מאל) ווען אין פאקט איז די ציפער בלויז פון ווען ער איז ערוויילט געווארן און זינט ער איז אריין אין אפיס שטייט עס ביי ארום 1.7 מיליאן. אדער ״ארבייטסלאזיגקייט איז דאס נידריגסטע אין 17 יאר״ (איבערגע׳חזרט 46 מאל) א סטעיטמענט וועלכע איז ריכטיגע לויט די סטאטיסטיקס, אבער דורכאויס די וואל קאמפיין האט ער אראפגעריסן די זעלבע סטאטיסטיקס און געזאגט אז זיי זענען פאלש און אז איינטגליך שטייט די ארבייטסלאזיגקייט דאס נידריגסטע אין 30 יאר.  און נאך צענדליגע אזעלכע ביישפילן, אפגעזען פון זיינע באמבאסטישע דעקלעראציעס אויפ׳ן שטייגער ווי ״די עקאנאמיע איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי גוט״ ״מיר הערן נישט אויף געווינען״ און ״קאמפאניס שטראמען צוריק קיין אמעריקע און ברענגען מיליאנען דשאבס״ וועלכע זענען געווענליך הוילע רעטאריק און נישט באזירט אויף סטאטיסטיקס אדער פאקטן. און נאך הונדערטער אזעלכע ביישפילן.

צום ביישפיל איבער די וואלן:
״איך האב אויסגעגעבן א פיצל ברוכטייל פון די געלט וואס זי האט אויסגעגעבן״ ווען אין פאקט האט זי אויסגעגעבן 2.2 ביליאן און די טראמפ קאמפיין האט אויסגעגעבן איבער האלב פון דעם סומע. ״הילערי קלינאטן האט געהאט קוים 600 מענטשן ביי איר ראלי אין מישיגען״ אין פאקט האט זי געהאט ארום 4,600 מענטשן לויט פאליצייאישע שאצונגען. ״הילערי קלינטאן האט פילע מאל ליגנט געזאגט פאר די עף-בי-איי. פלין האט איינמאל ליגנט געזאגט און זיי האבן אים צושטערט זיין קאריערע״ אין פאקט איז נישטא קיין באווייזן אז זי האט ליגנט געזאגט, און דשעימס קאומי האט קלאר באשטעטיגט אז זי האט געזאגט דעם גאנצן אמת פאר די אויספארשער. ״פוטין האט מיך געזאגט אז ער האט זיך נישט געמישט אין די וואלן, איך האב אים יעצט געפרעגט נאכאמאל״ די אפיציעלע טראנסקריפט צייגט אז די נושא איז נישט ארויפגעקומען, און די קרעמעלין האט אויך געזאגט אז די נושא איז נישט ארויפגעקומען.

אזוי אויך נעמט דאס אריין עטליכע ביישפילן פון די לעצטע טעג, צום ביישפיל ״עמעזאן מאכט מיליאנען אויף די רוקן פון די אמעריקאנער פאסט סיסטעם״ ווען אין פאקט פארלירט עמעזאן יערליך 7 ביליאן דאלער אויף שיפינג, און די אמעריקאנער פארסעל דעפארטעמנט מאכט אייגנטליך אסאך געלט אויף עמעזאן. ״מיין אדמיניסטראציע האט דורכגעפירט מער לעגיסלאטיווע דורכברוכן ווי סיי וועלכע אדמינסטראציע, אבער פעיק ניוז וועט אונז נישט געבן קרעדיט״ טראץ וואס ער האט אייגנטליך געבראכן א רעקארד אלס פרעזידענט מיט די ווייניגסטע ערנסטע געזעצן אונטערגעשריבן זינט פרעזידענט אייזענהאוער.

די ליסטע צייגט קלאר אז דער פרעזידענט, צו מען האט אים ליב אדער מען האסט אים, האט גאנץ א קליינע פראבלעם מיט פאקטן, און ער קימערט זיך נישט צו אונטערשטיצן זיינע באמבאסישע דעקלעראציעס און סטעיטמענטס מיט פאקטן אדער ציפערן. זיינע שטיצער וועלן זאגן אז דאס איז טייל פון זיין כאראקטעריסטישע פערזענליכקייט אז ער זעט זאכן מיט א פראסטע בילק אן ווערן קאמפליצירט מיט ציפערן און סטאטיסטיקס, און זיינע קעגנער זאגן אז דאס צייגט אז ער איז א כראנישער ליגנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל