אריזאנע – נעכטן, צום אנהייב פונעם גוי'אישן ניי-יאר 18', זענען אריין אין קראפט פארשידענע נייע געזעצן אין פילע סטעיטס, אבער בעיקר איז ארויסגעהויבן געווארן דאס וואס אין אכצן סטעיטס זענען אריין אין קראפט געזעצן צו העכערן די מינימום וועידזש. דער מינימום וועידזש אין וואשינגטאן סטעיט, צום ביישפיל, איז געשטיגן צו 11 דאלאר און 50 צענט א שעה, מיט 50 צענט מער ווי פאראיאר; אין מעין איז עס געשטיגן פון 9 דאלאר צו 10 דאלער א שעה, און אריזאנע, קאליפארניע, קאלאראדא, האוואאי, ניו יארק, ראוד איילענד און ווערמאנט, האבן באקומען מינימום וועידזש העכערונגען פון ארום 50 צענט פער שטונדע, און קלענערע העכערונגען זענען אריין אין אפעקט אין אלאסקע, פלארידע, מישיגען, מינעסאטע, מיזורי, מאנטענא, ניו דזשערסי, אהייא און סאוט דעקאטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל