וואשינגטאן – אלעס אינאיינעם זענען צוגעקומען ארום צוויי מיליאן נייע דזשאבס אין אמעריקע אין לויף פונעם נארוואס-פארענדיגטן יאר 17'. דער ציפער קומט נאכדעם וואס פרייטאג האט דער פעדעראלער לעיבאר דעפארטמענט פובליצירט דעם מאנאטליכן דזשאבס באריכט פון לעצטן מאנאט, וואס דער באריכט האט גראדע געצייגט אנטוישנדע ציפערן, מיט בלויז 148 טויזנט נייע דזשאבס, ווען עקאנאמיסטן האבן דערווארט איבער צוויי הונדערט טויזנט נייע דזשאבס – אבער פארט איז עס די 87'סטע מאנאט אין א צי פון א נאכאנאנדיגן דזשאבס וואוקס, און דער פראצענט ארבעטסלאזע איז געבליבן ביי 4.1 פראצענט, די נידריגסטע אין זיבעצן יאר. עקאנאמיסטן האבן געזאגט אז צוויי מיליאן נייע דזשאבס אין א יאר איז זייער א שיינער ציפער, אבער ס'זענען שוין געווען בעסערע יארן, א שטייגער ווי 14', ווען ס'זענען צוגעקומען נאענט צו 3 מיליאן, יאר 15' ווען ס'זענען צוגעקומען 2.7 מיליאן, און יאר 16' ווען ס'זענען צוגעקומען 2.2 מיליאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל