פראנקרייך – עס האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די סאמע ערשטע געריכט פראצעס איבער די יאר 15' סעריע טעראר אטאקעס וואס אייסיס טעראריסטן האבן דורכגעפירט אין פאריז. די אטאקעס האבן פאסירט אין נאוועמבער 13 יאר 15', ווען די טעראריסטן זענען איבערגעפאלן עטליכע רעסטוראנטן, דעם באטאקלאן קאנצערט זאל און א גרויסן אנגעפילטן סטאדיום, און אלעס אינאיינעם זענען 130 מענטשן אומגעקומען, זייענדיג די ערגסטע איסלאמישע טעראר אטאקע אין פראנקרייך'ס היסטאריע. דער יעצטיגער פראצעס איז קעגן דזשאוואד בענדאוד, וועלכער ווערט באשולדיגט אין העלפן עטליכע טעראריסטן זיך אויסבאהאלטן, בעת די פאליציי האבן זיי געזוכט אין די טעג נאך די אטאקעס. בענדאוד זאגט אז ער האט זיי פשוט צוגעשטעלט א דירה, ניטאמאל וויסנדיג אז זיי זענען געזוכטע טעראריסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל