די טראמפ אדמינסטראציע האט איינגעמאלדן פאר קאנגרעס אז זי האט באשטעטיגט די פארקויף פון פארגעשריטענע SM-3 אנטי באליסטישע מיסיל סיסטעמען פאר יאפאן, די סיסטעם וועט באשיצן יאפאן פון א מעגליכע אטאקע פון נארט קארעא, די אדמינסטראציע האט באשטעטיגט דעם אפמאך טראץ שטארקע קעגנערשאפט פון רוסלאנד און כינע וועלכע באטראכט דאס אלס געפאר אויף זייער מיליטערישע אויבערהאנט אינעם ראיאן, אינעם סטעיטמענט האט די סטעיט דעפארטמענט באצייכנט אז דער אפמאך שיקט א שטארקע סיגנאל צו נארט קארעא אז אמעריקע שטייט פעסט מיט אירע פריינט אינעם ראיאן.
דער רוסישער פארטיידיגונגס מיניסערטעריום האט אראפגעריסן דעם אפמאך אלס א פרואוו פון אמעריקע צו דאמינירן דעם ראיאן און געזאגט אז דער סיסטעם שטעלט א דירעקטע געפאר פאר רוסלאנד וויבאלד עס איז נישט בלויז א מיסיל שוץ סיסטעם נאר עס קען אויך גענוצט ווערן צו שיקן מיסילס וועלכע קענען אנקומען טיף אין רוסישע טעראטאריע, און האבן אנגעוויזן אז דאס פארלעצט א אינטערנאציאנאלע אפמאך איבער׳ן פארקויף פון לאנג שטרעקיגע מיסילס אויף וועלכע אמעריקע איז אונטערגעשריבן, אבער אמעריקע האט שארף אפגעווארפן דעם סטעיטמענט און געזאגט אז עס קומט נאך אלע אנטערנאציאנאלע סטאנדארטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל