א באריכט איבער די פאליצייאישע שיסערייען דעם פארגאנגענעם יאר צייגט אז צום דריטן יאר אין א רייע האבן פאליציאיישע קרעפטן איבער׳ן לאנד אומגעברענגט ארום 1000 מענטשן. א דעטאלירטע אויספארשונג פון די ״וואשינגטאן פאוסט״ צייגט אז אין די לעצטע דריי יאר איז די צאל געווען כמעט אייניג, שטייענדיג ביי ארום טויזנט, דאס יאר איז די צאל געווען 987 טויטפעלער, מיט א יאר פריער 955 און 2015 איז עס געשטאנען 995. א גאר ענליכע צאל פון יאר צו יאר. צווישן די אומגעקומענע געפונען זיך ארום 17 שווארצע אומבאוואפנטע יוגנטליכע, שווארצע מענער האבן אויסגעמאכט ארום 22% פון אלע טויטפעלער דורך פאליציי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל