דער אינטערנעט-ריז, עמעזאן, איז פון די גרעסטע ארבעטס-געבער אין אוהייאו, אבער לויט א לעצטיגן באריכט איז די פירמע שוואך ווען עס קומט צו באצאלן, און ארום צען פראצענט פון די זעקס-טויזנט ארבעטערס וואס עמעזאן באשעפטיגט אין דער שטאט, בלייבן אנגעוויזן אויף רעגירונגס-פראגראמען, ווי 'פוד סטעמפּס' און 'סנעפּ'.

די נייעס קומט אין דער זעלבער צייט וואס באריכטן איבער'ן נארוואס-פארלאפענעם חגאות-סעזאן ווייזן, אז 44 פראצענט פון אינטערנעט-סעילס זענען געגאנגען צו עמעזאן.

אין רעאקציע צו אן אנפראגע פון דער פרעסע, האט עמעזאן אנגעוויזן אויף דעם פראגרעס וואס די פירמע האלט אין איין מאכן אין דעם הינזיכט.
בילד: 10 פראצענט עמעזאן אוהייאו אנגעשטעלטע אנגעוויזן אויף פוד סטעמפס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל