ניו–ווינדזאָר. — גאָווערנאָר קואָמאָ האָט פאַראָרדענט מערערע סטעיט אַגענטורן דורכצופירן דורכדרינגליכע אויספאָרשונגען אויף די אַרבעט אומשטענדן אין די "ווערלאַ קאָסמעטיקס" פאַבריק, נאָך די מעכטיגע אויפרייסן וואָס זענען פאָרגעקומען די פאַרגאַנגענע וואָך מאָנטאָג, ווי באַריכטעט אין פריערדיגן נומער.

די ערשטע אויפרייס האָט פּאַסירט אום 10:19 פאַרמיטאָג, און די צווייטע האט נאָכגעפאָלגט ארום א האלבע שעה דערויף. דאָס פייער איז געווען אַזוי גרויס, אַז עס איז געגאנגען צו 4 אַלאַרמס, און האט געברענגט ארום 150 פייערלעשער פון 30 פייער–דעפּאַרטמענטס אין די אומגעגענט קאַונטיס. די פירמע פאַרמאָגט אַ ריזיגן שטח פון 52,000 סקווער–פיס מיט אַ שטאַב אַרבעטער פון 250 מענטשן.

ווען די ניו–ווינדזאָר פּאָליציי איז אנגעקומען האבן זיי געזען ווי עס קומט אַרויס רויעך פון די געביידע. זיי האט אנגעהויבן עוואַקואירן די פאַבריק, און טייל פון רוט– 300 איז זאָפאָרט אָפּגעשלאָסן געוואָרן צום פאַרקער. ווען די פייערלעשער זענען אנגעקומען, זענען די אַרבעטער שוין געווען אינדרויסן פון די פאבריק, און טייל זענען אליין צוגעפאָרן צו די דערנעבנדיגע "סט. לוק'ס קאָרנוואָל" שפּיטאָל אין ניובורג פאַר מעדעצינישע באהאנדלונג און אונטערזוכונג. ווען די פייערלעשער האָבן אנגעהויבן אריינגיין אין די געביידע, איז געקומען דער צווייטער אויפרייס.

טראָצדעם וואס איבער 125 מענטשן, אַרבעטער און פייערלעשער זענען באַהאַנדעלט געווארן אין "סט. לוק'ס קאָרנוואָל" שפּיטאָל, איז אָבער געווען אַ וואונדער אַז בלויז 35 מענטשן, אריינגערעכענט 7 פייערלעשער, זענען מער ערנסט פארוואונדעט געווארן. די איבריגע האָבן געקענט אַהיימגיין נאָכ'ן דורכגיין אַ מעדעצינישע אונטערזוכונג. צענדליגער אנדערע אַרבעטער זענען געגאנגען פאר פּריוואַטע באהאנדלונג אדער צו אנדערע שפּיטעלער. איין פייערלעשער איז אריבערגעפירט געווארן צום וועסטשעסטער מעדיקל צענטער אין וואַלהאַלאַ, נאָכ'ן ליידן פון פייער וואונדן אויפ'ן פנים.

ערשט אין די נאַכט שטונדן האָט מען געפונען דעם קערפּער פון אַן אַרבעטער, און די מעדיקל–עקזאַמינאַר איז אָנגעקומען דורכצופירן אַן אויספאָרשונג.

צוליב די זאָרג פון גיפטיגע כעמיקאַלן איז ערשט פאַראָרדענט געוואָרן פאַר די באַפעלקערונג אין די גאַנצע געגענט צו פאַרבלייבן אין שטוב מיט פאַרמאַכטע פענסטער, סיי אינדערהיים, סיי אין די אַרבעט–פּלעצער און אויך און די שולעס ביז 5 מייל פונעם פייער. אָבער נאָכמיטאָג ווען עס זענען דורכגעפירט געוואָרן פארשידענע לופט און וואסער טעסטן, האָט מען געזען אַז עס איז נישט פאַראַן קיין סכנה און מען האָט אַראָפּגענומען די וואָרענונג און דאס לעבן אין די געגענט האָט זיך צוריק נארמאליזירט.

עס איז דערווייל נישט קלאָר דער ארזאַך פון די אויפרייסן, און איינס פון די הויפּט פּריאָריטעטן ביי די אויספאָרשונגען וועט זיין די אַרבעטער זיכערהייטס און ענווייראָנמענטאַלע באַשיצונג. דער גאָווערנאָר האָט שוין קלאָרגעשטעלט אז אין פאַל עס וועט זיך אַרויסשטעלן אַז דער אינצידענט איז געקומען אַלס רעזולטאַט פון פעלערן אדער נאַכלעסיגקייט, וועט די פירמע געהאלטן פאַראַנטוואָרטליך דורך די סטעיט. די פאַבריק איז שוין עטליכע מאָל באַשטראָפט געוואָרן צוליב זיכערהייטס פעלערן און רעגולאַציע פאַרלעצונגען.

ענווייראָנמענטאַלע אינספּעקטאָרס וועלן נאָכקוקן וויאַזוי מען האָט געהאַלטן די כעמיקאַלן, וואָס עס זענען געווען די זיכערהייטס באַוואָרענונגען אַרום דעם, און צי אלע רעגולאציעס זענען אויסגעפאָלגט געוואָרן ביים פארניכטן די שעדליכע ברוכוואַרג.

די "די–אי–סי" וועט פאָרשן די אינסטאָלאַציע פונקציעס, אַריינגערעכנט כעמישע סטאָרעדזש און באַנוץ פּראַקטיקן, צו פאַרזיכערן אַז עס זענען נישט געווען קיין ענווייראָמענטאַלע ווייאָלעישאנס וואָס האָט געפירט צו די אויפרייסן און פייער. די אויספאָרשער פון "די–אי–סי" וועלן דורכקוקן דעם אינסטאָלאַציע צו פאַרזיכערן אַז עס זי איז נאָכגעקומען מיט אַלע נויטיגע סטעיט און פעדעראלע ענווייראָמענטאַלע רעגולאַציעס, אַריינגערעכנט געפערליכע אָפּפאַל פאַרוואַלטונג מעטאָדן פון אָפּפאַל זאַמלונג, סטאָרעדזש און באַזייטיגונג; די עקזיסטענץ פון עמוירדזשענסי גרייטקייט פּלענער, רעאַקציע געצייגן, קאָמוניקאַציע איינריכטונגען און די געהעריגע טרעינירוג פון אינסטאָלאַציע שטאַב וועלכע איז פאַרמישט אין געפערליכע אָפּפאַל אַדמיניסטראַציע. "די–אי–סי" האט אויך אַראָפּגעשטעלט לופט מאָניטאָרינג געצייגן אָפּצושאַצן די באַדינגונגען אין דער געגענט און וועט פאָרזעצן צו האַלטן אַן אויג אויף די פייער ווירקונג איבער וואַסער קוואַליטעט.

די סטעיט "דיוויזשאָן אָוו בילדינג סטענדערדס ענד קאָודס דעפּאַרטמענט" וועט אָפּשאַצן צי מען איז נאָכגעקומען די בילדינג–קאָודס אין דער פאַבריק און האט אָנגעבאָטן הילף פאַר'ן טאַון–אָוו–ניו–ווינדזאָר אין אָפּשאַצן דעם אַלגעמיינעם צושטאַנד פון די געביידע און צו צושטעלן סיי–וועלכע טעכנישע שטיצע אין דערגיין צי קאָוד–ווייאָלעישאנס האָבן בייגעשטייערט צו דער גרונט אָדער די פאַרשפּרייטונג פונעם פייער.

די לעיבאָר דעפּאַרטמענט וועט שיקן אַרבעטער זיכערהייט און געזונטהייט עקספּערטן צו די אינסטאָלאַציע צו באַשטימען אויב עס זענען נישט פאַראַן קיין אַסבעסטאָס אין די געביידע אָדער אַ פעלער אין סיי–וועלכע פון די פאַבריק'ס דריי בוילערס האָט בייגעשטייערט צו דעם אינצידענט. די דעפּאַרטמענט וועט אויך קאָאָרדינירן מיט די פעדעראַלע "אָקופּעישאָנעל סעיפטי ענד העלט אַדמיניסטרעישאן" (אָושע) אַגענטור צו אויספרעגן אָנגעשטעלטע, און אַרויסהעלפן מיט סיי וועלכע אויספאָרשונג.

די פעדעראַלע "אָושע" אַגענטור האָט שוין געגעבן ווייאָלעישאנס ביי 3 אינספעקשאָנס אין די פאַרגאַנגענע 10 יאָר.

גלייכצייטיג האָט אַן אַרבעטער-אַדוואָקאַטן גרופּע געזאָגט, אַז אַ זיכערהייט קלאַגע וואָס זי האָט אַריינגעגעבן קעגן "ווערלאַַ אינטערנעשאָנעל" אין מערץ פעלט פון די "אָושע" זייט.

בילד: אויפרייסן און פייער אין קאָסמעטיקס פאַבריק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל