ניו דזשוירזי גאווערנאר קריס קריסטי האט געמאלדן, אז די סטעיט וועט אפהאקן אירע ביזנעס-באציאונגען מיט דער דענישער 'דאַנסקע' באנק (Danske Bank), נאך דעם וואס די פינאנציעלע אינסטיטוציע האט באשלאסן צו באיקאטירן מדינת ישראל געשעפטן.

דאנסקע, וועלכע איז די גרעסטע באנק אין דענמארק, האט פריער געמאלדן אז זי וועט באיקאטירן צוויי מדינת ישראל פארטיידיגונגס-פירמעס.

דער שריט פאלגט נאך די שטאטן פון ניו יארק און קאלאראדא, וועלכע האבן שוין פריער געמאלדן אז זיי וועלן אויפהערן מאכן געשעפטן מיט דער דאנסקע-באנק. אילינאי באטראכט יעצט צו טאן דאס זעלבע.

בילד: ניו דזשוירזי האקט אפ מיט דענישער באנק צוליב מדינת-ישראל באיקאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל