דאס טייערסטע הויז אין מאנהעטן, וואס געפינט זיך אויף דער איסט 69'סטער סטריט, אין דער אפער איסט סייד געגנט פון מאנהעטן, האט געפונען א קויפער, וועלכער וועט צאלן דעם טייערסטן פרייז פאר א הויז אין דער היסטאריע פון ניו יארק סיטי.

דער איין-פאמיליע בנין באשטייט פון זעקס שטאק און פארמאגט צוואנציג-טויזנט קוואדראט-פיס, באלאנגט צום ביליאנער ווינסענט וויאלא, וועלכער איז געווען א קאנדידאט פאר ארמיי-סעקרעטאר אין פרעזידענט טראמפ'ס אדמיניסטראציע. ער האט זיך למעשה אפגעזאגט פון דעם אמט, וויבאלד זיינע רעגירונגס-קאנטראקטן וואלטן אים געשטערט פון אפטיילן די פאזיציע פון זיינע ביזנעס-אינטערעסן.

לכתחילה איז דאס הויז ארויסגעשטעלט געווארן פאר'ן פרייז פון אכציג-מיליאן דאלאר. דער ענדגילטיגער פארקויף-פרייז איז נישט פארעפנטליכט געווארן, אבער מומחים האלטן אז ס'איז זיכער העכער ווי דעם ביז-יעצטיגן רעקארד-טייערן הויז, וואס האט זיך פארקויפט אין 06' פאר 53-מיליאן דאלאר.

וויאלא האט אפגעקויפט דאס הויז אין 05' פאר 20-מיליאן דאלאר, און האט אריינגעלייגט א סך געלט אין דעם היסטארישן בנין, וואס איז געבויט געווארן אין 883', און אריינגעלייגט א צאל לוקסוריעזע איינריכטונגען.

אין 13' האט ער פרובירט ארויסשטעלן דאס הויז צום פארקויפן פאר 114-מיליאן דאלאר, אבער האט עס אראפגענומען פון דער מארקעט מיט א שטיק צייט שפעטער, נאך דעם וואס קיינער איז נישט געווען גרייט צו צאלן דעם פרייז.

דער אנאנימער קויפער האט זיך אויך איינגעהאנדלט א פּענטהאוז דירה אין דער לוקסוריעזער קאנדאמיניום געביידע וואס געפינט זיך אויף 15 סענטראל פארק וועסט, פאר וועלכער יענער האט געצאלט 50.5-מיליאן דאלאר.

בילד: טייערסטע מאנהעטן-הויז

בילד: הערליגע צימערן און שטיגן

בילד: היים-טיאטער

בילד: צוויי-שטאקיגע ביבליאָטעק

בילד: די לוקסוס שרייט ארויס פון יעדע צימער

בילד: א הערליכע פארצימער

בילד: אייגנארטיגע קאך מיט א ספעציעלע ארבעטענדע פיצא-אויווען

בילד: א ליווינג-רום

בילד: א שלאף-צימער

בילד

בילד: אויגן-פארכאפענדע שטיינערנע באדע-צימער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל