וואשינגטאן – די פענטאגאן האט נעכטן געמאלדן אז זי האט אפגעשטופט א געפלאנטן פארבאט אויף דעם אמעריקאנער מיליטער צו נוצן "קלאסטער באמבעס" – גאר מאכטפולע באמבעס וועלכע לאזן ארויס אנדערע צענדליגער קליינע באמבעס ארום זיך נאכ'ן אויפרייסן. עקספערטן קריטיקירן שוין לאנג די סארט באמבעס, וויבאלד זייער א סאך פון די קליינע באמבעס וועלכע ס'לאזט ארויס, עקספלאדירן פאקטיש נישט, און זיי פארבלייבן א לאנגע צייט אויפ'ן שלאכטפעלד, ביז עווענטועל קערן זיך ציווילע צוריק צו דער געגנט, און ווען עמיצער טרעט ארויף דערויף, עקספלאדירט עס, וואס באדייט אז די קלאסטער באמבעס איז א געפאר פאר ציווילע איינוואוינער אין א מלחמה זאנע אדער געוועזענע מלחמה זאנע. אין יאר 08' האט די בוש אדמיניסטראציע דערקלערט אז אויב ביז יאנואר 1 יאר 19' וועט דאס מיליטער נאכנישט האבן אנטוויקלט קיין נייע סארט קלאסטער באמבע, וועלכע מאכט זיכער אז יעדעס איינציגע פון די קליינע באמבעס עקספלאדירט גלייך, וועט דאס מיליטער עס אויפהערן נוצן. נעכטן האט די פענטאגאן געזאגט אז זי האט נאכנישט אנטוויקלט קיין בעסער-פארגעשריטענע און מער-פונקטליכע קלאסטער באמבע, אבער פארט זאגן די גענעראלן און קאמאנדירן אז ס'איז א וויכטיגער וואפן, און דעריבער ווערט דער געפלאנטער באנוץ-אפשטעל אפגעשטופט – נישט קלאר ביז ווען.

בילד: א קלאסטער באמבע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל