מישיגען – אין דעטרויט, מישיגען האט מען נעכטן געגאסן די ערשטע שטיק פונדאמענט, פאר א געביידע וועלכע וועט ווערן די נייע העכסטע געביידע אין דער שטאט, און ווי לאקאלע אויטאריטעטן זאגן, איז דער פראיעקט פון בויען די נייע געביידע א צייכן אז די שטאט האט זיך פולקאם ערהוילט פון די שווערע עקאנאמישע פלאגענישן אין די לעצטע 10 יאר, ווען די שטאט איז געגאנגען באנקראט. דער נייער וואלקנקראצער וועט זיין ארום 800 פוס הויך, וואס איז מיט זיבעציג פיס העכער פון דער "רענעסאנס צענטער" וועלכע איז די העכסטע געביידע אין דער שטאט שוין זינט 1972. די נייע געביידע וועט אפקאסטן 900 מיליאן דאלאר, און עס וועט אנטהאלטן שטאקן פאר אפיסעס, ביזנעסער, ריטעיל געשעפטן, רעסטוראנטן און סתם פובליק צענטערן, ווי שפיל-פלעצער און קאמיוניטי זאלן. דער מישיגען גאווערנאר ריק סניידער איז ספעציעל אראפגעקומען נעכטן מיטצוהאלטן די פונדאציע-שטעלן צערעמאניע.

בילד: דעטרויט'ס נייע העכסטע געביידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל