דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער סעיד חארירי, וועלכער האט מיט א חודש צוריק פלוצלינג רעזיגנירט פון זיין אמט און אנטלאפן קיין סאודי אראביע איז צוריק אין לבנון און אצינד האט ער אנאנסירט אז ער פלאנט צו צוריקנעמען זיין פאזיציע נאכ׳ן ערקלערן אז ער ערווארטעט אז ״אלע זייטן און פראקציעס אין די לעבאנעזער רעגירונג וועלן זיך צוריקהאלטן פון זיך אריינמישן אין סיי וועלכע קאנפליקטן איבער די וועלט״ אין וואס עס שיינט צו זיין א מילידערע ווערסיע פון זיינע פריערדיגע שארפע קריטיק קעגן חיזבאללע פאר׳ן זיך אריינמישן אין די ציווילע קריג אין סיריע. די פאליטישע קלימאט אין לבנון איז נאך אלץ גאר שטארק אנגעצויגן צווישן די שיאטן וועלכע שטיצן איראן און חיזבאלע, און די סוניס וועלכע נויגן צו סאודי אראביע.

בילד: לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער ציהט צוריק רעזיגנאציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל