וואשינגטאן – א זעלבסטשטענדיגע יו-ען מענטשן רעכט אויספארשער איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג, אז עס גייען אן שרעקליכע פייניגונגען קעגן ארעסטאנטן אין דער אמעריקאנער מיליטערישער טורמע אין גואנאטאנאמא בעי, קובא, טראץ פארשפרעכונגען פון אמעריקאנער אדמיניסטראציעס אין די לעצטערע יארן אז מען נוצט מער נישט פייניגונגס מעטאדן ביים אויספארשן טעראר ארעסטאנטן, און טראץ וואס קאנגרעס האט עס דערקלערט אלס אומלעגאל. דער יו-ען אויספארשער ניעלס מעלזער האט אויפגעטרעטן פארנט פון יו-ען באאמטע אין גענף, שווייץ, וואו ער האט ארויסגעשטעלט די באשולדיגונגען, זאגנדיג אז ער האט קראנטע אינפארמאציע אז אמעריקאנער אויספארשער האבן געפייניגט אמאר על באלוכי, וועלכער ווערט באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס. א ווארטזאגער פאר'ן פענטאגאן האט גלאט אוועקגעמאכט די באשולדיגונגען.

בילד: פייניגונגען אין גואטאנאמא בעי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל