וואשינגטאן – 2 ראמענישע בירגער זענען אנגעקלאגט געווארן אין פעדעראלען געריכט אין וואשינגטאן די-סי, איבער דעם וואס זיי האבן אריינגעהעקט אין צוויי-דריטל פון אלע וואשינגטאן די-סי גאס סורוועילענס קאמערעס, אין די וואכן און טעג בעפאר פרעזידענט טראמפ'ס איינשווערונג. פאליציי אין וואשינגטאן די-סי האבן אום יאנואר 12, 8 טעג בעפאר דער איינשווערונג, באמערקט א פראבלעם מיט זייערע קאמערעס, און זיי האבן דאן אויסגעלאשן אלע קאמערעס און פונדאסניי אינסטאלירט די נויטיגע סאפטוועיר. די העקערס, אלעקסאנדרו איסוואנקא (Mihai Alexandru Isvanca) און עוואלין סיסמארא (Eveline Cismaru), האבן געוואלט האלטן די קאמערעס פאר'משכונ'ט און באקומען א גרויסע סומע פון די פאליציי, אין אויסטויש צו "באפרייען" די קאמערעס, אבער עס איז זיי נישט געלונגען.

בילד: קלאגעס איבער איינשווערונג העקעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל