ברענאָן דזשאָונס האט מיט עטליכע יאר צוריק זיך איינגעפירט א מנהג, ארומצוגיין מיט זיין שער-מאשינדל און אפשערן היימלאזע מענטשן איבער די גאסן פון פילאדעלפיע, אן נעמען פון זיי באצאלט.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט זיך אפגעשטעלט נעבן איין אזא ווילד-באוואקסענעם מענטש, און נאכ'ן געבן עטליכע פרוטות האט ער פרובירט אויפקומען מיט א געדאנק, וואס ער קען טאן צו פארבעסערן יענעמס צושטאנד. אט איז אים איינגעפאלן צו ניצן זיין עקספערטיז, און יענעם אהערשטעלן ער זאל אויסזען מער "מענטשליך", וואס וועט אים האפנטליך געבן א געלעגנהייט צו טרעפן ארבעט.

דזשאונס, וועלכער איז געווען אנגעשטעלט אין א 'באַרבער' געשעפט, האט אין זיין פרייער צייט זיך ארויסגעלאזט מיט זיין אויטאמאביל און זיך אפגעשטעלט ביי יעדן היימלאזן מאן און פארגעשלאגן אים אפצושערן אומזיסט.

א צווייטער מענטש פון דער זעלבער געגנט, פארמאגט צוויי בארבער-געשעפטן, איינס פון וועלכע איז געשטאנען ליידיג פאר א לענגערער צייט. הערנדיג וועגן דעם גוטהארציגן מענטש, האט ער באשלאסן אים צו שענקען יענעם ליידיגן בארבער-געשעפט זיינעם.

דזשאונס, וועלכער איז ממשיך מיט זיין וואלונטיר-שערן, האט פאריגן חודש געעפנט זיך אייגענעם בארבער-געשעפט, אין דער זעלבער געגנט.

בילד: א געשעפט אלס שכר פאר העלפן היימלאזע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל