א נייע רעגולאציע איז פארגעשלאגן געווארן ארויפצושלאגן א געלט-שטראף פון פינף-הונדערט דאלאר פּער הויז, פּער טאג, אויף די בענק וואס פארנעכלעסיגן דעם צושטאנד פון הייזער וואס זיי האבן צוגענומען פון אייגנטימער אין פאָרקלאָוזשורס.

אן אויספארשונג פון לאקאלע נייעס-אגענטורן האט געוויזן, אז א סך בענק געבן זיך נישט אפ מיט די הייזער וואס זיי נעמען צו פון אייגנטימער וואס קענען נישט באצאלן דעם מארטגעדזש, און די נאכגעלאזטע הייזער האבן א שלעכטע השפעה אויף דעם ארום און קלאפן אראפ די ווערט פון שכינות'דיגע הייזער.

ביים פארשלאגן דעם ביל, האט דער ספאנסאר, סטעיט-סענאטאר דזשעפרי קליין (דעמאקראט-בראנקס/וועסטשעסטער) אנגעוויזן, אז ארום א דריטל פון פארקלאוזט הייזער אין דער שטאט געפינען זיך אין א שלעכטן צושטאנד. טויזנטער ווייאלעישאנס וואס פארשידענע שטאט-אגענטורן געבן אויף אזעלכע זאכן ווי צעבראכענע פענסטערס, אומבאשיצטע עלעקטרישע דראטן, און אנדערע ערנסטע פראבלעמען ווערן איגנארירט דורך די בענק.

די שטודיע ווייזט, אז די דאזיגע חרוב'ע הייזער ברענגען אראפ די ווערט פון אלע פראפערטיס וואס געפינען זיך ביז דריי-הונדערט פיס אוועק מיט א דורכשניט פון 1.3 פראצענט, און אינאיינעם האבן די איבער אכט-טויזנט אפעקטירטע הייזער געליטן א שאדן פון 53-מיליאן דאלאר.

בילד: שטראפן אויף בענק פאר נאכלאזן צושטאנד פון פארקלאוזט הייזער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל