אן אנטלאפענער נוקלעארער וויסנשאפטלער האט געברענגט אן ענדע צו זיין אייגענעם לעבן נאכדעם וואס ער איז צוריקגעוויזן געווארן דורך די כינעזער אויטאריטעטן ווען ער האט פארלאנגט אזיל רעכט, ער איז ארעסטירט געווארן און געווארן צוריקגעשיקט קיין נארט קארעא, און באריכטן זאגן אז ער איז באגאנגען זעלבסמארד אין א נארט קארעאר טורמע. דער וויסנשאפטלער האט זיך אייגעשטעלט דאס לעבן און געפארן מער פון 500 מייל צום כינעזער גרעניץ צו זיך אריבערשמוגלן, און געהאפט אז ער וועט קענען פון כינע ארויסגיין אויף די פריי, אבער אנשטאט איז ער ארעסטירט געווארן. אונטער אינטרענאציאנאלע געזעץ איז פארבאטן צו צוריקשיקן פליכטלונגען צו זייער לאנד אויב עס שוועבט אויף זיי א לעבנסגעפאר, כינע שיקט רעגלמעסיג צוריק טויזנטער אנטלאפענע פון נארט קארעא און ווערט שטארק קריטיקירט דערפאר דורך מענטשן רעכט ארגאניזאציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל