וואשינגטאן – נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט נישט קיין הונדערט-פראצענטיגן קלארן צוגאנג, ווען עס קומט צו דער אישו פון צפון קארעא. סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן האט געמאכט העדליינס מיט צוויי טעג צוריק, ווען ער האט געלאזט פאלן זייער ווייכע רייד, זאגנדיג אז אמעריקע שטייט גרייט זיך אראפצוזעצן מיט צפון קארעא ביים פארהאנדלונגס טיש, סיי ווען צפון קארעא וועט מסכים זיין, אבער נעכטן ווען מען האט אנגעפרעגט ביים ווייסן הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל איבער טילערסאן'ס ווערטער, האט עס א ווארטזאגער פאר'ן קאונסיל קאטעגאריש אוועקגעמאכט, זאגנדיג אז יעצט איז נישט די צייט פאר דיפלאמאטיע מיט צפון קארעא.

בילד: אומקלארקייט איבער צפון קארעא פאליסי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל