אלאבאמא – נעכטן האבן דער אלאבאמא סעקרעטערי אוו סטעיט און די אלאבאמא עלעקשאן באאמטע, אפיציעל באשטעטיגט אז דער דעמאקראטישער קאנדידאט דאג דזשאונס, האט געוואונען דעם סענאט פארמעסט וואס איז פארגעקומען אין דער סטעיט מיט עטליכע וואכן צוריק, און ער האט באזיגט דעם קאנטראווערסיאלן רעפובליקאנער קאנדידאט ראי מאור. טראץ וואס מען האלט שוין אזוי לאנג נאך די וואלן, האט מאור ביז יעצט נאך אלץ נישט אנערקענט זיין פארלוסט און נישט אויפגעגעבן דעם פארמעסט, און נעכטן אינדערפרי, ווען מען האט זיך געגרייט צו הערן די אפיציעלע באשטעטיגונג אז דזשאונס האט געוואונען, האט מאור'ס קאמפיין פרובירט לעצט-מינוטיגע טאקטיקן, דורכ'ן לויפן אין געריכט צו טענה'ן אז עס זענען געווען ערנסטע פעלשערייען אין די וואלן. דאס געריכט האט ארויסגעווארפן מאור'ס אנקלאגעס, און אצינד איז דזשאונס אפיציעל דער געווינער.

בילד: דאג דזשאונס געווינס איז אפיציעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל