ניו יארק – די אמעריקאנער "סי-ווי-עס" פארמאסי נעץ, וועלכע פירט שוין א לענגערע צייט געשפרעכן אפצוקויפן די גרויסע "עטנע" אינשורענס פירמע, האט באשלאסן דורכצופירן דעם אפקויף, פאר דער סומע פון 69 ביליאן דאלאר. דער פארקויף, וועלכע איז די גרעסטע אזא סארט דיעל פון גאנצן יאר 17', וועט שאפן איין מאסיווע העלט-קעיר פירמע, וועלכע וועט צילן צו נידערן די קאסטן פון העלט-קעיר, דורכ'ן צושטעלן ספעציעלע מעדיצינישע סערוויסעס אין אלע סי-ווי-עס פארמאסי לאקאלן איבער'ן לאנד. אינאיינעם וועט די נייע צוזאמגעשטעלטע פירמע ווערד זיין 240 ביליאן דאלאר, וואס דערמיט איז "עטנע" איבערגעשטיגן "יונייטעד העלט" אלס די גרעסטע העלט אינשורענס און פארמאסי בענעפיטן פירמע. אויך וועט די ניי-צוזאמגעשטעלטע פירמע זיין די צווייט-גרעסטע פון אלע אמעריקאנער פירמעס, אויב קוקט מען אויף יערליכן איינקונפט, זייענדיג איינס אונטער'ן ריטעיל ריז "וואלמארט".

בילד: עטנע וועט אפקויפן סי-ווי-עס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל