ס'איז געווען שפעט אינמיטן נאכט ביי אן עקזיט אויפ'ן אינטערסטעיט-95 אין פילאדעלפיע, ווען פרוי מעקלור'ס, אן איינוואוינער פון ניו דזשוירזי, קאר איז אויסגעלאפן פון גאזאלין. די פרוי האט זיך אזוי ארום געטראפן געשטראנדעט אינמיטן הייוועי, אין א שפעטער שעה, ווען זי האט נישט געהאט וועמען צו רופן פאר הילף.

א היימלאזער מאן וועלכער האט זיך פונקט דארט געפונען האט זי געפרעגט וואס ס'גייט פאר, און הערנדיג אין וואס עס האנדלט זיך האט זיך יענער ארויסגעלאזט צופיס ביז דער נאענסטער גאזאלין-סטאנציע, וואו ער האט געקויפט א פעסל גאזאלין און באצאלט דערפאר מיט די לעצטע צוואנציג דאלאר וואס ער האט פארמאגט.

מעקלור האט נישט פארמאגט ביי זיך דאס געלט צו באצאלן דעם גוטהארציגן פרעמדן, און האט גענומען פון אים זיין אינפארמאציע -- נאמען און קאנטאקט-נומער. אהיימקומענדיג, האט די דאנקבארע פרוי אנגאזשירט אן אנליין-פאנדרעיזאר קאמפיין, אויפצוטרייבן עלט צו העלפן יענעם פרעמדן, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א מארין וועטעראן, זיך שטעלן אויף די פיס.

די געשיכטע, אינאיינעם מיט'ן שנאר-קאמפיין, האט זיך שנעל צעטראגן איבער'ן גאנצן לאנד, דאס געלט האט אנגעהויבן אריינפליסן. אין סך הכל האט דער פאנדרעיזינג באוויזן אויפצוטרייבן נאענט צו פיר-הונדערט-טויזנט דאלאר!

דזשאני באביט זשוניער האט געניצט רוב פונעם געלט זיך צו קויפן א הויז, און דעם רעשט האט ער געשאנקען צו א סטודענט, וועלכער גיט זיך אפ מיט'ן העלפן אן אנדערן היימלאזן וועטעראן.

בילד: פון א שפאציר צו א גאזאלין-סטאנציע ביז אן אייגן הויז 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל